דמיטרי שאָסטאַקאָװיטש
פֿון ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע (רעקאָרדירונג אויף רוסיש, 1956)
יאָאַכים בראַון, "ייִדישע לידער פֿון שאָסטאַקאָוויטש"
שאָסטאַקאָוויטש, ווערק 79 (נאָטן)
"פֿון ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע" אויסגעפֿירט אויף ייִדיש
"די ייִדישע פֿאָלקס־מוזיק איז אוניקאַל אין איר עמאָציאָנעל קלינגען. אירע אָפּקלאַנגען איז צו הערן אין ווערק פֿון אַ סך גרויסע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון דער וועלט". די דאָזיקע ווערטער געהערן דעם פֿאָרגעשריטענעם קאָמפּאָזיטאָר פֿונעם 20טן יאָרהונדערט דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש.
ניט זענענדיק קיין עטנישער ייִד, איז ער געוואָרן איינער פֿון די פֿאָרגעשריטענע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן, וואָס האָט געזאָגט זײַן אויסשליסלעך וויכטיק וואָרט אין דער מוזיקאַלער ייִדישער קולטור. אינטאָנאַציעס די ספּעציפֿישע ריטמיק, מיט וועלכער עס זײַנען דורכגעדרונגען פֿאָלקסטימלעכע מעלאָדיעס פֿון ייִדישע זינגלידער, איז צו הערן אין אַ סך חיבורים פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר אין פֿאַרשיידענע זשאַנערן. צווישן זיי שטייט אָפּגעזונדערט דער געשאַפֿענער דורך שאָסטאַקאָוויטשן ציקל "פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע" (זע די בראָשור פֿונעם פּראָפֿעסאָר פֿון בר־אילן אוניווערסטעט יאָאַכים בראַון).
דער געשאַפֿענער אין 1948, בשעת דעם אפּאָגיי פֿון סטאַליניסטישן טעראָר קעגן דער ייִדישער אינטעליגענץ, איז דער דאָזיקער חיבור מיט זײַן טראַגיזם, מיט אַן איבערראַשנדיקער אינערלעכער טיפֿקייט, געוואָרן דעם קאָמפּאָזיטאָרס פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס איז דעמאָלט פֿאָרגעקומען.
אָפּצושאַצן די געניאַלקייט פֿון דער דאָזיקער מוזיק קאָן יעדערער, וואָס וועט אויסהערן די היסטאָרישע פֿאַרקריצונג מיטן ערשטן באַשטאַנד פֿון אויספֿילער, וווּ די פּיאַנע־פּאַרטיע פֿילט אויס דער מחבר אַליין. אַ באַזונדער ווערט שטעלט מיט זיך אויך פֿאָר די געבראַכטע דאָ פֿאַרקריצונג פֿונעם ציקל אויף ייִדיש.