וועבזײַט־נײַעס: בערעגאָווסקיס ביבליאָגראַפֿיע
טײַערע באַזוכער פֿון אונדזער וועבזײַט, גיבן מיר אײַך איבער אַ גוטע בשׂורה וועגן אַ נײַער אוניקאַלער פּובליקאַציע: דעם ביאָביבליאָגראַפֿישן מפֿתּח פֿון משה בערעגאָווסקי אויף ענגליש און רוסיש. דאָס נײַע בוך, וואָס אַנטהאַלט בערעגאָווסקיס פּרטימדיקע ביאָגראַפֿיע, האָט אָנגעשריבן און צונויפֿגעשטעלט די גוט באַקאַנטע פּעטערבורגער מוזיקאָלאָגין, מוזיק־קריטיקערין און פֿאָרשערין יעווגעניע כאַזדאַן. איר ווערק, פֿאַרעפֿנטלעכט אין מײַ 2023, איז צוטריטלעך אויף אונדזער וועבזײַט פֿאַר פּערזענלעכן באַנוץ ברשות פֿון דער מחברטע און דעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "מוזיקאַ".
משה בערעגאָווסקי (1892 – 1961) איז געווען אַ גרויסער זאַמלער פֿון ייִדישע פֿאָלקס־לידער, אַ ריזיקע פֿיגור אין דער סאָוועטישער מוזיקאָלאָגיע. ער איז געווען אַ וויסנשאַפֿטלער, וועלכער האָט פֿאַקטיש אַליין אויפֿגעשטעלט דעם בנין פֿון ייִדישער מוזיקאַלישער פֿאָלקלאָריסטיק, געזאַמלט אַ קאָלאָסאַלע קאָלעקציע פֿון ייִדישע לידער, חסידישע ניגונים, כּל־זמרישע מעלאָדיעס און פּורים־שפּילן. באַמערקט, אַז פֿריִער האָבן מיר שוין פּובליקירט אויף אונדזער וועבזײַט אַ ממשותדיקע צאָל פֿון בערעגאָווסקיס אָריגינעלע ווערק.