ייִדיש קלינגט אויף דער הזכּרה־וואָך פֿון חורבן־קרבנות
אין אַלע געגנטן פֿון רוסלאַנד גייען ווײַטער אָן אונטערנעמונגען פֿון דער 10טער יערלעכער הזכּרה־וואָך פֿון חורבן־קרבנות, פֿאַרבונדן מיטן אינטערנאַציאָנאַלן חורבן־טאָג, וועלכער ווערט אָפּגעמערקט דעם 27סטן יאַנואַר. די הזכּרה־וואָך, דורכגעפֿירט בראָש מיטן רוסלענדיש ייִדישן קאָנגרעס, האָט זיך אָפֿיציעל אָנגעהויבן דעם 18טן יאַנואַר אינעם מאָסקווער טעאַטער "בײַ די ניקיטסקער טויערן" און וועט זיך שליסן דעם 31סטן יאַנואַר.
דער וויכטיקסטער ערן־גאַסט אויף דער דערעפֿענונג איז געווען דער סאָוועטישער מלחמה־וועטעראַן איוואַן מאַרטינישקין, וועלכער האָט פּונקט יענעם טאָג, דעם 18טן יאַנואַר, געפּראַוועט זײַן 100־יאָריקן יוביליי. אין די הזכּרה־אונטערנעמונגען האָט זיך באַטייליקט ד״ר מאַרק זילבערקוויט – דער גרינדער פֿון אונדזער פּראָיעקט און פֿון די פֿונדאַנציעס Heritage Projects Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Heritage Preservation Foundation (ישׂראל).
בעת דעם דערעפֿענונג־אָוונט זענען די שמועסן מיט די געערטע געסט געגאַנגען בײַנאַנד מיט אַ מוזיקאַליש־טעאַטראַלער פּראָגראַם, אויפֿגעפֿירט פֿונעם רעזשיסאָר מאַרק ראָזאָווסקי, דעם קינסטלערישן פֿאַרוואַלטער פֿונעם טעאַטער "בײַ די ניקיטסקער טויערן". די מוזיקאַלישע פֿאַרוואַלטערין פֿונעם זעלבן קולטור־אַנשטאַלט, טאַטיאַנאַ רעווזינאַ, איז אויפֿגעטראָטן מיט אַ פּאָפּורי פֿון ייִדישער לידער. מיט פֿאַרגעניגן האָבן מיר אַרויסגעשטעלט איר אויפֿטריט אין דער אינטערנעץ סצעפּיעל פֿאַר אונדזער פּראָיעקט. זעט אויך אונטן אונדזערע עקסקלוזיווע בילדער פֿון די הזכּרה־אונטערנעמונגען.