ייִדישער אַוואַנגאַרד אין מאָסקווע
אינעם מאָסקווער "ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער" האָט זיך געעפֿנט די נײַע אויסשטעלונג "ייִדישער אַוואַנגאַרד. שאַגאַל, אַלטמאַן, שטערנבערג און אַנדערע". נאָך דער אָקטאָבער־ רעוואָלוציע האָבן אַ סך באַגאַבטע ייִדישע קינסטלער און שרײַבער פֿונעם געוועזענעם תּחום־המושבֿ זיך געלאָזט קיין מאָסקווע און פּעטראָגראַד, וווּ זיי האָבן אָפּגעשפּילט אַן אויסערגעוויינטלעך וויכטיקע ראָלע אינעם אַנטוויקלען דעם סאָוועטישן אַוואַנגאַרד און כּלערליי אַספּעקטן פֿון ייִדיש־קולטור, אַרײַנגערעכנט טעאַטער. אויף דער נײַער עקספּאָזיציע ווערן געוויזן איבער 100 מאָלערײַ־ און גראַפֿישע ווערק פֿון אַזעלכע גרויסע מײַסטערס, ווי מאַרק שאַגאַל, על ליסיצקי, אַלכּסנדר טישלער, ישׂשכר־בער ריבאַק א״אַ.