110ער געבוירן־טאָג פֿון עמנואל קאַזאַקעוויטש
די ייִדיש־רוסישע צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ספּעציעלן נומער לכּבֿוד דעם לעבן און שאַפֿן פֿון עמנואל קאַזאַקעוויטש (1913-1962), געבוירן מיט 110 יאָר צוריק. עס זענען דערשינען אַ ריי פֿאַרשיידענע מאַטעריאַלן אויף ייִדיש און רוסיש, אַרײַנגערעכנט נײַע איבערזעצונגען פֿון זײַנע לידער.
עמנואל קאַזאַקעוויטש איז געווען אַ פּראָמינענטער סאָוועטישער שרײַבער, דיכטער און איבערזעצער, וועלכער האָט געוווינט אין ביראָבידזשאַן פֿון 1931 ביז 1938, אָרגאַניזירט דאָרט אַ ייִדישן יוגנטלעכן טעאַטער, אָנגעפֿירט מיטן ביראָבידזשאַנער מלוכישן ייִדישן טעאַטער (בירגאָסעט), געווען דער פֿאָרזיצער פֿונעם געגנטלעכן ייִדישן ראַדיאָ, געאַרבעט אין "ביראָבידזשאַנער שטערן" און אָנגעפֿירט דעם ליטעראַרישן טייל פֿון דער צײַטונג. קאַזאַקעוויטש האָט אויך איבערגעזעצט אַ סך פּיעסעס פֿאַרן ייִדישן טעאַטער אויף ייִדיש.