אַ צוויי־שפּראַכיק בוך פֿון יוסף קערלערס לידער
23טער מײַ, 2023. אינעם אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג White Goat Press, וועלכער ספּעציאַליזירט זיף אויף ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איז דאָ ניט לאַנג דערשינען אַ באַנד אויסדערוויילטע ווערק פֿונעם באַוואַסטן ייִדישן דיכטער יוסף קערלער (1918 – 2000) אונטערן טיטל From Bird's Cage to a Thin Branch ("פֿון אַ פֿייגל־שטײַג אויף אַ דינער צווײַג") אין איבערזעצונגען פֿון מאַיע עווראָנאַ. די דאָזיקע ענגליש־שפּראַכיקע דיכטערין איז שוין גאַנץ גוט באַקאַנט אַלס איבערזעצערין פֿון דער ייִדישער דיכטונג צוליב אַרויסגעגעבענע דורך איר פֿריִער אין ליטעראַרישער פּעריאָדיק איבערזעצונגען פֿון ווערק פֿון אבֿרהם סוצקעווער, אַנע מאַרגאָלין, ציליע דראָפּקין און מלכּה לי. אירע איבערזעצונגען ווערן באַגלייט אין דעם נײַעם בוך מיט ייִדישע אָריגינאַלן פֿון יוסף קערלערס לידער. די הקדמה צו דער זאַמלונג האָט אָנגעשריבן דעם דיכטערס זון, פּראָפֿעסאָר דובֿ־בער קערלער, וועלכער טוט אַליין, חוץ זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע אַרבעטן אויפֿן געביט פֿון פֿילאָלאָגיע, פֿאַרעפֿנטלעכן לידער אויף ייִדיש אונטערן פּען־נאָמען באָריס קאַרלאָוו.