אַ לינגוויסט רופֿט זיך אָפּ אויף בערעגאָווסקיס ביבליאָגראַפֿיע
דער אַקאַדעמישער זשורנאַל Opera Musicologica פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעצענזיע אויפֿן דעם ביאָביבליאָגראַפֿישן מפֿתּח פֿונעם גרויסן סאָוועטיש־ייִדישן פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי (1892 – 1961), וועלכער איז אַרויס אונטערן דאַך פֿון אונדזער פּראָיעקט. אַ סך מומחים האַלטן, אַז בערעגאָווסקי איז געווען דער גרעסטער עטנאָמוזיקאָלאָג פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. די מחברטע פֿון דער רעזענזיע, ד״ר לאַריסע נײַדיטש, איז אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון לינגוויסטיק אינעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט. די צונויפֿשטעלערין פֿונעם בוך, ד״ר יעווגעניע כאַזדאַן, איז אַ גוט באַקאַנטע פּעטערבורגער מוזיק־קענערין.
די רעצענדענטקע באַמערקט, אַז דאָס בוך אַנטהאַלטן באַקוועמע מפֿתּחות, און אַז ס׳איז אַ סך מער ווי סתּם אַ ביאָביאָגראַפֿישע באַשרײַבונג פֿונעם לעבן און טעטיקייט פֿון איין באַזונדערן יחיד. נײַדיטש שרײַבט: "מע קען זאָגן אויף זיכער, אַז קיין פֿאָרשער פֿון דער אַשכּנזישער ייִדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע וועט זיך הײַנט נישט באַגיין אָן דעם דאָזיקן מפֿתּח, צונויפֿגעשטעלט פֿון יעווגעניע כאַזדאַן".
ד״ר נײַדיטש שטרײַכט אונטער, אַז דאָס בוך קאָן אויך צו נוץ קומען די לינוויסטן, וואָס שטודירן די ייִדישע שפּראַך. דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען אונדזערע לייענער, אַז די עלעקטראָנישע ווערסיע פֿונעם צוויי־שפּראַכיקן (ענגליש־רוסישן) בערעגאָווסקי־מפֿתּח אין צוטריטלעך אין אונדזער וועב־פּאָרטאַל. אַ דאַנק דעם, וואָס דער גאַנצער טעקסט איז אָנגעשריבן אויך אויף ענגליש, קאָן זיך מיטן בוך באַקענען דער ברייטער עולם אין אַ סך לענדער.