Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

דער מפֿתּח פֿון בערעגאָווסקי אַרויס אין מאָסקווע

דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "מוזיקאַ" האָט פֿאַרעפֿנטלעכט יעווגעניאַ כאַזדאַנס בוך "משה בערעגאָווסקי: ביאָביבליאָגראַפֿישער מפֿתּח". די מחברטע און צונויפֿשטעלערין וווינט אין פּעטערבורג. זי איז אַ מוזיקאָלאָגין, אַ מוזיק־קריטיקערין און אַ קאַנדידאַטין פֿון וויסנשאַפֿטן, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין מוזיק־קריטיק. דער פֿאַרלאַג באַדאַנקט דעם אַקאַדעמיקער גריגאָרי רויטבערג פֿאַרן העלפֿן אַרויסצוגעבן דאָס בוך.

משה בערעגאָווסקי איז געווען אַן אויסגעצייכנטער מוזיקאָלאָג און פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר. זײַן זאַמלונג פֿון ייִדישע לידער, כּלי־זמרישע מעלאָדיעס, חסידישע ניגונים און מוזיקאַליש־טעאַטראַלע ספּעקטאַקלען שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ריזיקן שיכט פֿון ייִדיש־קולטור. כאַזדאַנס צונויפֿשטעלן דעם ערשטן ביאָביביאָגראַפֿישן מפֿתּח פֿון זײַנע ווערק איז זייער אַ גרויסע דערגרייכונג.

די מחברטע דערקלערט אינעם אַרײַנפֿיר, אַז אינעם בוך זענען "אַרײַן בערעגאָווסקיס פּובליקירטע ווערק, ווי אויך זײַנע כּתבֿ־ידן, אינפֿאָרמאַציע וועגן די אַרכיוו־מאַטעריאַלן, באַקאַנטע אַרטיקלען וועגן אים און זײַן אַרבעט, פּובליקאַציעס וועגן די מאַטעריאַלן פֿון זײַן קאָלעקציע".

דער מפֿתּח איז אַ צוויי־שפּראַכיקער: אויף ענגליש און אויף רוסיש. די עלעקטראָנישע ווערסיע פֿונעם בוך איז צוטריטלעך אויף אונדזער וועבזײַט. "מוזיקאַ" איז דער עלטסטער מוזיקאַלישער פֿאַרלאַג אין רוסלאַנד, וווּ אין 1934 איז דערשינען דער ערשטער באַנד פֿון בערעגאָווסקיס באַרימטער 5־בענדיקער זאַמלונג, וואָס איז אויך צוטריטלעך עלעקטראָניש אויף אונדזער וועבזײַט.

דעם 6טן אויגוסט איז אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" פֿאָרגעקומען אַ ווײַזונג פֿונעם דאָקומענטאַר "דער לידער־זוכער: די צײַטן און באַמיִונגען פֿון משה בערעגאָווסקי" (Song Searcher: The Times and Toils of Moyshe Beregovsky), פֿילמירט דורך דער רוסלענדישער רעזשיסאָרין יעלענאַ יאַקאָוויטש. בעת דער דיסקוסיע נאָכן ווײַזן דעם פֿילם, האָט דזשוליאַ זילבערקוויט, די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿונעם פֿאָנד Heritage Projects Foundation, דערציילט דעם עולם וועגן דעם נײַעם בערעגאָווסקי־מפֿתּח.

יעווגעניאַ כאַזדאַן און דער דירעקטאָר פֿון "מוזיקאַ", מאַרק זילבערקוויט