Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

נײַער גילגול פֿון "ייִדיש גלאָרי"

פּראָפֿ׳ אַנאַ שטערנשיס און דער מוזיקער פּסוי קאָראָלענקאָ האָבן אַרויסגעגעבן אַ נײַעם מוזיק־אַלבאָם, באַגרינדעט אויף משה בערעגאָווסקיס אַרכיוו, וואָס הייסט "ייִדיש גלאָרי: די פֿאַרשוויגענע לידער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה". אין 2018 איז אַרויס זייער ערשטער אַלבאָם "ייִדיש גלאָרי" ("ייִדישער כּבֿוד"), וואָס איז נאָמינירט געוואָרן אויף דער פּרעמיע "גרעמי". ער האָט געהייסן "די פֿאַרלוירענע לידער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה" און האָט אויפֿגעלעבט די אַנטי־פֿאַשיסטישע לידער פֿון רויט־אַרמייער און פּאַרטיזאַנער. להיפּוך, איז דער נײַער המשך געווידמעט די לידער פֿון דער שארית־הפּליטה, די אַסירים פֿון געטאָס און לאַגערן.

משה בערעגאָווסקי (1892 – 1961) איז געווען אַן אויסגעצייכנטע פֿיגור אין דער סאָוועטישער מוזיקאָלאָגיע, אַ וויסנשאַפֿלער, וועלכער פֿאַקטיש אַליין, אָן קיין מיטהעלפֿער, אָפּגעהיט די אוצרות פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־מוזיק. אינעם נײַעם אַלבאָם באַטייליקן זיך עטלעכע מוזיקער. פּסוי קאָראָלענקאָ בלײַבט דער עיקר־זינגער, בשותּפֿות מיט דער בריטישער זינגערין עליס זאַוואַדסקי, וועלכע זינגט צום ערשטן מאָל אויף ייִדיש און שפּילט אויך אויפֿן פֿידל. צווישן אַנדערע זינגער האָט אָנטיילגענומען דער חזן שמעון ספּיראָ פֿון טאָראָנטאָ.