Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

גאָלדרײַך־אינסטיטוט

ייִדיש־קולטור: אַ פּראַקטישער צוגאַנג

אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם

ייִדיש און ייִדיש־קולטור ווערן שטענדיק שטודירט אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט במשך פֿונעם גאַנצן לערן־יאָר אינעם "אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור אויפֿן נאָמען פֿון משפּחה גאָלדרײַך" און אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער זומער פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון נעמי פּראַווער־קאַדאַר.

מיט פֿאַרגעניגן זענען מיר מודיע, אַז אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט עפֿנט זיך אַ נײַע פּראָגראַם פֿאַר צווישן־דיסציפּלינאַרע שטודיעס פֿון דער ייִדישער קולטור און ירושה, בשותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקער פֿונדאַציע Yiddish Heritage Preservation Foundation. דער פּראָיעקט וועט זײַן באַגרינדעט אויף דער אַרבעט פֿון סטודענטן, וואָס וועלן מיט דער הילף פֿון זייערע לערער פֿאָרשן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדיש־קולטור, אַרײַנגערעכנט די אוניקאַלע מאַטעריאַלן, וואָס ווערן פּובליקירט אויף דער דאָזיקער וועבזײַט.

אָנהייבנדיק פֿונעם קומענדיקן אַקאַדעמישן יאָרן 2023-2024 וועלן די פֿאָרשונגען געשטיצט ווערן דורך דער סטיפּענדיע־פּראָגראַם אויפֿן נאָמען פֿון ראָזאַ ליובינאַ, געשאַפֿן דורך ד״ר מאַרק זילבערקוויט – דער גרינדער פֿון דער דערמאָנטער פֿונדאַציע און פֿון אונדזער וועבזײַט. די סטיפּענדיעס וועלן אויסגעגעבן ווערן אויף אַרכיוו־, היסטאָרישע און אַנדערע פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער קולטור אין אַלערליי אירע אַספּעקטן, אַרײַנגערעכנט טעאַטער, מוזיק, קינאָ און וויזועלע קונסט. לייענט ווײַטער אויף די פֿאַררופֿונגען אויבן. די אינפֿאָרמאַציע איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מיטן רשות פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.