Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

וועבזײַט־נײַעס: אַרכיוו פֿונעם זשורנאַל "ייִדישלאַנד"

מיר זענען צופֿרידן מודיע צו זײַן די לייענער פֿון אונדזער וועבזײַט, אַז מיר האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט גאָר אַ וויכטיקן רעסורס, וועלכער וועט צו נוץ קומען אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש און די, וואָס לערנען די שפּראַך: דעם אַרכיוו פֿונעם קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד". דאָס איז דער איינציקער ליטעראַרישער זשורנאַל אין דער הײַנטיקער וועלט, וואָס גייט אַרויס אינגאַנצן אויף ייִדיש אין אַ טראַדיציאָנעלער פּאַפּיר־פֿאָרעם. אויף אונדזער וועבזײַט קאָנט איר זיך אויך באַקענען מיר דער געשיכטע פֿון "ייִדישלאַנד"; דער זשורנאַל האָט ניט לאַנג צוריק געפּראַוועט זײַן 5־יאָריקן יוביליי.

אונדזער וועבזײַט־חבֿרה באַדאַנקט די גרינדער פֿון דער דאָזיקער וווּנדערלעכער אויסגאַבע, וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום, פֿאַר זייער באַשלוס צו מאַכן אַלע נומערן פֿון "ייִדישלאַנד", אַחוץ דעם פֿאָריקן יאָר, צוטריטלעך דווקא אויף אונדזער וועבזײַט; מע קאָן זיי אינטעראַקטיוו איבערבלעטערן אָדער אַראָפּלאָדן. ס׳איז אויך פֿאַראַן אַן אָפּציע צו טיילן זיך מיט באַזונדערע זײַטלעך אין סאָציאַלע נעצן. אין "ייִדישלאַנד" וועט איר געפֿינען אמתע אוצרות אי פֿון היסטאָרישע, אי פֿון הײַנטצײַטיקע ליטעראַטור־ווערק אויף ייִדיש.