Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פּרעזענטאַציע פֿונעם 15טן נומער "ייִדישלאַנד”

פֿון "ביראָבידזשאַנער שטערן" אינעם ירושלימער קלוב “קרעטשמע של בורשטיין” איז דעם 21טן יולי פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערונג לכּבֿוד דעם 51טן נומער פֿונעם קוואַרטאַלניק “ייִדישלאַנד”, דעם איינציקן הײַנט־צו־טאָג ליטעראַרישן זשורנאַל, וואָס דערשײַנט פֿולקום אויף ייִדיש. די פֿײַערונג האָט זיך אויסגענומען. אָט אַזוי האָט זיך אָפּגערופֿן וועגן דעם די יונגע ייִדיש־העברעיִשע שרײַבערין שירי שאַפּיראַ, וועלכע האָט גענומען אַן אָנטייל אין דער פֿײַערונג: “נעכטן אין אָוונט האָט מען געפּראַוועט אין ירושלים דעם 15טן נומער פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל “ייִדישלאַנד”, וועלכן מע דאַרף פֿאַרגינען מיטן גאַנצן האַרצן. אַ ייִדישער זשורנאַל, וואָס איז אין גאַנצן געווידמעט ליטעראַטור, איז בפֿירוש ניט קיין זעלבסטפֿאַרשטענדלעכער פֿענאָמען. די פֿלײַסיקע רעדאַקציע דרוקט אָפּ פּאָעזיע, פּראָזע און ליטעראַרישע אַרטיקלען שוין זינט 2018, און גיט די שרײַבערס און שרײַבערינס דעם סאַמע נייטיקסטן תּירוץ גאָר צו עקזיסטירן. וווּ איז יענע ייִדישלאַנד? אין ערגעץ ניט, און דעריבער — אומעטום. און ספּעציפֿיש אין דעם פֿאַל פֿון אָט דעם זשורנאַל, סײַ אין ישׂראל און סײַ אין שוועדן. אַ האַרציקן מזל־טובֿ און ישר־כּוח די ייִדישלענדערס!” “ייִדישלאַנד” איז טאַקע געגרינדעט געוואָרן אין סוף 2018 און זינט דעמאָלט דערשײַנט רעגולער יעדע דרײַ חדשים אין צוויי טיראַזשן — אין ישֹראל און אין שוועדן. זײַן רעדקאָלעגיע באַשטייט פֿון דרײַ ישֹראלים — מיכאָל פֿעלזענבאַום, דובֿ־בער קערלער (דווקא ער האָט פֿאָרגעשטעלט די רעדקאָלעגיע אויף דער פֿײַערונג אין דער “קרעטשמע פֿון בורשטיין”) און וועלוול טשערנין, צוויי רוסלענדער — וואַלערי דימשיץ און יעלענע סאַראַשעווסקאַיאַ און איין שוועד — ניקאָלײַ אָלניאַנסקי. אינעם ביראָבידזשאַנער קאָנטעקסט דאַרף מען באַצייכענען, אַז דער זשורנאַל שטעלט באַשטענדיק פֿאָר מאַטעריאַלן פֿון ביראָבידזשאַנער מחברים און/אָדער פֿאַרבונדענע טעמאַטיש מיט דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. דער פֿינפֿטער נומער פֿון “ייִדישלאַנד” איז פֿולקום געווידמעט געווען דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. די צײַטונג “ביראָבידזשאַנער שטערן” אין איר ריי פֿאַרעפֿנטלעכט איבערזיכטן וועגן נײַע נומערן פֿון דעם זשורנאַל. ווי דער שטייגער איז, האָבן אויף דער פֿײַערונג אין ירושלים געקלונגען אַ סך זינגלידער. צווישן אַנדערס האָט דאָרט אַרויסגעטראָטן די באַוווּסטע אויספֿילערין פֿון ייִדישע לידער רותּ לעווין. עס האָט איר אַקאָמפּאַנירט אויף קלאַסישער גיטאַרע אַלעקסיי בעלאָוסאָוו (דער זון פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן דיכטער אלכּסנדר בעלאָוסאָוו).

וו. פּיריאַטיניסקי