אונדזער מיסיע
ייִדיש איז די שפּראַך פֿון אַ גרויסער עטנישער גרופּע — די אַשכּנזישע ייִדן – וואָס האָבן במשך פֿון דורות באַזעצט אַ ריזיקן שטח אין עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער. דאָס דאָזיקע טראַדיציאָנעלע "לאַנד פֿון ייִדיש" רופֿט מען הײַנט אָן ייִדישלאַנד.
אין פֿאַרגלײַך מיט ענגליש, פֿראַנצויזיש, דײַטשיש, רוסיש און אַ סך אַנדערע שפּראַכן, האָט ייִדיש, ווי דאָס ייִדישע פֿאָלק בכלל, געהאַט גאָר אַ טראַגישן גורל. צוזאַמען מיט מיליאָנען ייִדיש־רעדער, וואָס זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן, האָט אונדזער שפּראַך געדראָט אַ ביטערער סוף. ס׳איז געווען אַ צײַט, ווען אונעסקאָ האָט דערקלערט, אַז ייִדיש איז "זיכער אַ שפּראַך אין אַ מסוכּנעם מצבֿ", וואָס קאָן פֿאַרשוווּנדן ווערן.
די, וואָס האָבן זיך געפֿרייט דעם טריומף פֿון העברעיִש, איצט די אָפֿיציעלע טאָג־טעגלעכע שפּראַך פֿון דער מדינת־ישׂראל, וועלכע האָט, ווי עס מיינען געוויסע מענטשן, אָפּגעשויסן ייִדיש אינעם עבֿר, האָבן אָפֿטמאָל פֿאַרגעסן, אַז ייִדיש איז ניט נאָר אַ לשון. דאָס איז דער יאָדער און דער סימבאָל פֿון אַן אוניקאַלער 1000־יאָריקער קולטור, וואָס האָט זיך אויסגעצייכנט אין גאָר אָריגינעלע דערגרייכונגען, וואָס שייך פֿאָלקס־קונסט, מוזיק, ליטעראַטור, טעאַטער און מאָלערײַ. אַ סך פּירות פֿון דער דאָזיקער אויסערגעוויינטלעך רײַכער ירושה זענען געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער גאַנצער וועלט־ציוויליזאַציע. פֿאָרט, צום באַדויערן, בלײַבן אַ סך אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער ירושה פֿאַרגעסן, פֿאַרלוירן און אומגעפֿאָרשט.
איין אָרגאַניזאַציע האָט אַרײַנגעטראָגן אַן אומגעהײַערן צושטײַער אָפּצוהיטן די ייִדישע קולטור. דאָס איז ייִוואָ – דער "ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט" מיטן צענטער אין ניו־יאָרק. במשך פֿון צענדליקער יאָר, שוין באַלד אַ יאָרהונדערט, פֿירט די דאָזיקע אינסטיטוציע דורך שטודיעס פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. זי איז אין שפּיץ פֿון אַ ריי וויכטיקע פֿאָרשערישע, וויסנשאַפֿטלעכע און בילדונג־פּראָיעקן. דער בלאַוואַטניק־אַרכיוו (Blavatnik Archive) – אַן אַנדער אָרגאַניזאַציע, אויך אַן אַמעריקאַנער – פֿאַרנעמט זיך מיט ענלעכע אויפֿגאַבעס, אויך אין זייער אַ גרויסן מאַסשטאַב, נאָר מיט אַן אַנדער סטראַטעגיע. דער אַרכיוו האָט געזאַמלט אַ ריזיקן סכום דאָקומענטן, וואָס האָבן אָפֿט צו טאָן מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדיש.
אונדזער פּראָיעקט איז געווידמעט די זעלביקע צוועקן: אָפּצוהיטן די ייִדישע קולטור און ירושה. לעצטנס, במשך פֿון עטלעכע יאָר, אַנטוויקלט ער זיך אין אַ צאָל פֿאַרשיידענע לענדער אונטערן דאַך פֿון צוויי פֿאָנדן: "די פֿונדאַציע פֿון ירושה־פּראָיעקטן" (Heritage Projects Foundation), געגרינדעט מיט אַרום 10 יאָר צוריק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און די "פֿונדאַציע פֿאַרן אָפּהיטן די ייִדיש־ירושה" (Yiddish Heritage Preservation Foundation), געשאַפֿן ניט לאַנג צוריק אין ישׂראל.
דער אויטאָר פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט און דער גרינדער פֿון ביידע פֿונדאַציעס איז ד״ר מאַרק זילבערקוויט – אַ כּלל־טוער, מחבר און אַרויסגעבער פֿון עטלעכע ביכער אויף קונסט־טעמעס. לויט זײַן רעיון, באַשטייט דער פּראָיעקט פֿון דרײַ אַספּעקטן:
• פֿאָרשונג;
• בילדונג;
• צוציִונג.
דער ערשטער אַספּעקט נעמט אַרײַן די פֿאָרשונג און אָפּהיטונג פֿון אַרכיוו־דאָקומענטן, ליטעראַרישע און מוזיקאַלישע ווערק, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדיש־קולטור, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע ניט לאַנג צוריק אַנטדעקטע אוצרות, וואָס ביז לעצטנס האָט מען געגלייבט, אַז זיי זענען שוין פֿאַרשוווּנדן געוואָרן. צו מאַכן זיי צוטריטלעך פֿאַר שטודיעס, אײַנצוהויכן אין זיי אַ נײַ לעבן, איז איינע פֿון די עיקר־אויפֿגאַבעס פֿונעם פּראָיעקט.
דער צווייטער אַספּעקט האָט צו טאָן מיטן אָרגאַניזירן בילדונג־פּראָגראַמען, שרײַבן אַנטאָלאָגיעס און הילפֿנס־מאַטעריאַלן, פּאַפּירענע צי עלעקטראָנישע, וואָס זאָלן שאַפֿן אַ בילדונג־יסוד פֿאַר דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער־קולטור און אירע וויכטיקסטע אויסדרוקן. צו פֿאַרעפֿנטלעכן געזאַמלטע ווערק פֿון ייִדישע מחברים, וויסנשאַפֿטלעכע און ליטעראַרישע אויסגאַבעס, צו שטיצן שעפֿערישע טעטיקייט אויף ייִדיש, צו אָרגאַניזירן מוזיק־פֿעסטיוואַלן, קונסט־אויסשטעלונגען און קאָנפֿערענצן איז אויך אונדזער גרויסע אויפֿגאַבע.
דער דריטער אַספּעקט איז – מקרבֿ צו זײַן דעם יונגן דור, אַרויסצורופֿן אַן אינטערעס צו דער ייִדיש־קולטור, דער יונגער עולם זאָל זיך פֿאַראינטערעסירן אין איר אָפּהיטונג און ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג. דאָס הייסט, למשל: לערנען ייִדיש ווי אַ שפּראַך, זיך באַטייליקן אין פֿאָרש־אַרבעט, דורכפֿירן מוזיקאַלישע אונטערנעמונגען און אַזוי ווײַטער.
אינעם איצטיקן מאָמענטן, קלינגען אונדזערע אויפֿגאַבעס, אַפּנים, גאַנץ אַמביציעז. נאָר מיט דער הילף פֿון אַזעלכע גרויסע בילדונג־אַנשטאַלטן, ווי, למשל, דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, קאָן מען זיי אויספֿירן. ביידע אויבן־דערמאָנטע פֿונדאַציעס האָבן שוין קאָנקרעטע פּלענער, ווי אַזוי דאָס צו פֿאַרווירקלעכן.
איין פֿאָרלויפֿיקער רעזולטאַט פֿון דער טעטיקייט, וואָס די דאָזיקע פֿונדאַציעס פֿירן דורך, איז אָט־דער וועב־פּאָרטאַל, וואָס שטרעבט צונויפֿצוזאַמלען כּלערליי אינפֿאָרמאַציע וועגן אַלץ, וואָס ס׳טוט זיך הײַנט אין דער וועלט אין שײַכות מיט דער ייִדיש־קולטור און ייִדיש־בילדונג. עס ווערן דאָ אויך פֿאָרגעשטעלט די יסודותדיקע ענינים, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש אינעם ברייטסטן זין פֿון וואָרט. אין די אַרכיוון פֿון קונסט־ און ליטעראַטור־אָפּטיילן, אין דער "ביבליאָטעק" און "גאַלעריע" זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן פֿריִער ניט פּובליקירטע אָדער זעלטענע מאַטעריאַלן: געזאַמלטע ווערק און באַזונדערע ביכער פֿון ייִדישע שרײַבער, זכרונות פֿון היסטאָריקער און פֿון אַקטיאָרן, וואָס האָבן געשפּילט אויף ייִדיש, עסייען וועגן ייִדיש־פֿאַרבונדענער קונסט, אוידיאָ־ און ווידעאָ־זעלנטקייטן, גרויסע אַנומלטיקע אַנטדעקונגען.
די אַרבעט איבער אונדזער וועבזײַט "ייִדיש־קולטור – ייִדיש־ירושה" האָט זיך נאָר וואָס אָנגעהויבן. מיר האָפֿן, אַז דער דאָזיקער עלעקטראָנישער קוואַל וועט ווערן אַ ווערטפֿולער רעסורס סײַ פֿאַר די אַקאַדעמישע פֿאָרשער, סײַ פֿאַר אַלע פֿאַראינטערעסירטע אין דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדיש.