נײַע עלעקטראָנישע ביכער פֿון ביראָבידזשאַן
דער 20סטער יוביליי־נומער פֿונעם צוויי־שפּראַכיקן ייִדיש־רוסישן אַלמאַנאַך "ביראָבידזשאַן" איז איצט צוטריטלעך געוואָרן עלעקטראָניש פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אויף דער וועבזײַט, געווידמעט דער ירושה פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. נאָך איין וויכטיק בוך, וואָס מע קען דאָרט אַראָפּלאָדן, איז די רוסישע איבערזעצונג פֿונעם גאַנצן נומער "סאָוועטיש היימלאַנד" פֿאַר אַפּריל 1974, געשאַפֿן דורכן שרײַבער און איבערזעצער יואל מאַטוועיעוו. דער נומער איז געווידמעט דעם 40־יאָריקן יוביליי פֿון דער געגנט, געגרינדעט דעם 7טן מײַ 1934.
די פּאַפּירענע ווערסיע פֿון דער דאָזיקער איבערזעצונג מיט אַ קליינעם טיראַזש האָט מען דאָ ניט לאַנג פּרעזענטירט אויפֿן 5טן יערלעכן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן. פֿון הײַנט אָן וועלן די רוסישע לייענער קענען זיך צום ערשטן מאָל באַקענען מיטן דאָזיקן לעגענדאַרן סאָוועטישן ליטעראַריש־קינסטלערישן זשורנאַל. די רוסישע ווערסיע אַנטהאַלט די אָריגינעלע אילוסטראַציעס און דערמאָנט סטיליסטיש אין דער היסטאָרישער אילוסטרירטער אויסגאַבע אויף ייִדיש.
