Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

אַ נײַער אַנימאַציע־פֿילם אויף ייִדיש פֿון פּעטערבורג

דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה־צענטער האָט אַרויסגעלאָזט אַן אַנימאַציע־פֿילם אויף ייִדיש, וואָס הייסט "אַן אמתער קאָנצערט", וווּ קינדער, וואָס לערנען די שפּראַך אינעם זונטיק־קלוב "אונדזערע טראַדיציעס" לייענען אַ ליד פֿון ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן (1920-2013). די רעזשיסאָרין פֿונעם פֿילם הייסט מאַרינאַ סאָקאָל.

שעכטער־גאָטעסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין ווין און איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה אין דער פֿילשפּראַכיקער שטאָט טשערנאָוויץ. צום מזל, האָט זי איבערגעלעבט די מלחמה אינעם טשערנאָוויצער געטאָ צוזאַמען מיט איר מאַמען, איר מאַן און נאָך עטלעכע קרובֿים. שפּעטער, וווינענדיק אין ניו־יאָרק, האָט זי אָנגעשריבן אַכט לידער־זאַמלונגען אויף ייִדיש. עטלעכע אירע קרובֿים שפּילן הײַנט וויכטיקע ראָלעס אין דער וועלט פֿון ייִדיש־קולטור.