די ווערטער, וואָס פּאַסן זיך צו מײַן מויל
דער הײַנטיקער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד" אויף דער ווענעציאַנער ביענאַלע האָט זיך געעפֿנט דעם 7טן מײַ, 2026, מיט דער אויסשטעלונג "די ווערטער, וואָס פּאַסן זיך צו מײַן מויל". זי האָט פֿאַראייניקט קינסטלער, וועמענס ווערק רירן אָן די טעמעס פֿון באַגופֿטער איבערזעצונג, אינטערפּרעטאַציע און פֿילשפּראַכיקער טראַנסטעמפּאָראַלקייט.
בהסכּם מיט דער ייִדישער טראַדיציע פֿון לייענען און קאָמענטירן, באַטראַכט די איבערזעצונג, וואָס וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 31סטן מײַ, די טעקסטן ניט ווי פֿיקסירטע קאָנטיינערס פֿון באַדײַט, נאָר ווי רוימען, געשאַפֿן פֿון סתּירות, איבערחזרונגען און איבערטײַטשן. דער באַדײַט קומט אויף נאָך פֿילשיכטיקע קעגנזײַטיקע ווירקונגען, וווּ פֿאַרשיידענע שטימען בלײַבן אין באַהעפֿט איינע מיט דער צווייטער. אין דער עסקפּאָזיציע זענען אַרײַן ווערק, וואָס טראָגן זיך צווישן לשונות: ייִדיש, העברעיִש, אַראַביש און אַנדערע. די באַטייליקטע קינסטלער זענען אַרנדט בעק, ליליאַנאַ פֿאַרבער, ליילאַ אַבד־עראַזאַק און מאַשאַ שפּײַזער, צוזאַמען מיט אַ ריי אַרויסטריטן פֿון דער קינסטלערין, כאָרעאָגראַפֿין און זינגערין עליאַנאַ פּליסקין־דזשייקאָבס.
דער פּאַוויליאָן "ייִדישלאַנד", וואָס טראָגט הײַיאָר דעם זעלבן נאָמען – "די ווערטער, וואָס פּאַסן זיך צו מײַן מויל" – וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 16טן סעפּטעמבער, 2026. דאָס איז אַ קאָנצעפּטועלער, אומאָפּהענגיקער, אומנאַציאָנאַלער קונסט־רוים, געשאַפֿן אין 2022 דורכן קינסטלער יעווגעני פֿיקס און דער קוראַטאָרין מאַרינאַ ווייץ. זינט 2025, אויפֿן סמך פֿון דער היסטאָרישער און הײַנטצײַטיקער דערפֿאַרונג פֿון ייִדיש, געפֿינט ער זיך אין געטאָ וועקיאָ – דעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון ווענעציע. די דריטע ווערסיע פֿונעם פּאַוויליאָן שטודירט ייִדישלאַנד ווי אַן אויסגעטראַכטע טעריטאָריע, געשאַפֿן פֿון לשונות, איבערזעצונגען, זכּרון און קולער.
