Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פֿילם וועגן בערעגאָווסקי געוויזן אין ניו־יאָרק

דעם 23סטן אויגוסט, 2023, האָט מען אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" פּרעזענטירט דעם פֿילם "דער לידער־זוכער: די צײַטן און באַמיִונגען פֿון משה בערעגאָווסקי" (Song Searcher: The Times and Toils of Moyshe Beregovsky), געווידמעט דעם גרויסן מוזיקאָלאָג און פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר משה בערעגאָווסקי. דעם דאָקומענטאַר האָט געשאַפֿן די רוסלענדישע רעזשיסאָרין יעלענאַ יאַקאָוויטש. צום ערשטן מאָל האָט מען אים געוויזן אין מאָסקווע, אינעם יאָר 2021, אונטער דעם נאָמען "משה בערעגאָווסקיס מאָטיוון".

צווישן די באַטייליקטע אינעם פֿילם זענען געווען די טאָראָנטער פּראָפֿעסאָרין ד״ר אַנאַ שטערנשיס און דער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ – די שאַפֿער פֿונעם מוזיקאַלישן פּראָיעקט Yiddish Glory, וואָס איז נאָמינירט געוואָרן אויף אַ "גרעמי"־פּריז אין 2019. דער פּראָיעקט איז באַגרינדעט אויף טעקסטן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה פֿון בערעגאָווסקיס זאַמלונג.
ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ און יעווגעניאַ כאַזדאַן, צוויי פֿירנדיקע מומחים אין דער ירושה פֿונעם גרויסן מוזיקאָלאָג, דערציילן אינעם דאָקומענטאַר וועגן זײַן ביאָגראַפֿיע און וועגן דער אַנטדעקונג פֿון 1200 פֿאָנאָגראַף־צילינדערס מיט קלאַנג־רעקאָרדירונגען, וואָס שאָלאָכאָוואַ האָט אין די 1990ער יאָרן אָפּגעפֿונען אין די קאָלעקציעס פֿון דער אוקראַיִנישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון ווערנאַדסקי.

די געשיכטע פֿון דער דאָזיקער וווּנדערלעכער אַנטדעקונג איז ממש אַ דעטעקטיווע מעשׂה. אַ דאַנק דעם ריזיקן פֿאָנאָגראַפֿישן אוצר, האָבן זיך ווידער דערהערט די קולות פֿון שלום־עליכמען און שלמה מיכאָעלסן, צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט ייִדיש־רעדער, וואָס זענען טראַגיש אומגעקומען בעת דעם חורבן… אינעם פֿילם ווערן געשפּילט אַ צאָל דיגיטאַליזירטע לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן, וואָס בערעגאָווסקי האָט רעקאָרדירט בײַ ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אין די ערשטע יאָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די שאַפֿער פֿונעם פֿילם האָבן זיך ליבהאַרציק געטיילט מיט אונדזער וועבזײַט מיט בילדער פֿונעם פֿילם און פֿונעם פֿילמירן, וואָס האָט פֿאַרנומען דרײַ יאָר, בעיקר אין אוקראַיִנע. דער ריזיקער געאָגראַפֿישער שטח פֿונעם דאָקומענטאַר שליסט אויך אײַן דעם געוועזענעם אָזערלאַג (דעם "גולאַג"־לאַגער, וווּהין מע האָט פֿאַרשיקט בערעגאָווסקין אינעם יאָר 1950), ווי אויך די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, איטאַליע און ארץ־ישׂראל.

נאָך דער דאָמענסטראַציע פֿונעם פֿילם איז פֿאָרגעקומען אַ פּרטימדיקער שמועס מיט די באַטייליקטע אינעם דאָקומענטאַר. דזשוליאַ זילבערקוויט, די אויספֿיר־דירעקטאָרין פֿונעם פֿאָנד, האָט דערציילט דעם עולם וועגן יעווגעניאַ כאַזדאַנס נײַעם ביאָביבליאָגראַפֿישן מפֿתּח פֿון משה בערעגאָווסקי, וואָס דער מאָסקווער פֿאַרלאַג "מוזיקאַ" האָט ניט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן. די עלעקטראָנישע ווערסיע פֿונעם בוך איז צוטריטלעך אויף אונדזער וועבזײַט.