ייִדיש קלינגט אין כינע און קאָרעע
קאָראָלענקאָ און שטערנשיס האָבן אויפֿגעטראָטן בשותּפֿות אין זעקס לעקציעס־קאָנצערטן: צו יעדעס ליד, וואָס דער מוזיקער האָט געזונגען, אַקאָמפּאַנירנדיק זיך אַליין אויף אַ פּיאַנע, האָט די פֿאָרשערין דערקלערט זײַן הינטערגרונט און טעקסט. אויסער דעם, האָט שטערנשיס דורכגעפֿירט צוויי לעקציעס אַליין. די אונטערנעמונגען זענען פֿאָרגעקומען אין שאַנכײַ, האָנג־קאָנג און ביידזשין, ווי אויך אין דער שטאָט פּאַדזשו לעבן סעול.
דער פּראָיעקט "ייִדיש גלאָרי" שטעלט דעם ציל אויפֿצולעבן פֿאַרגעסענע לידער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס געפֿינען זיך אין דעם ריזיקן אַרכיוו, צונויפֿגעזאַמלט פֿון משה בערעגאָווסקי, דעם באַרימטן סאָוועטישן ייִדישן פֿאָלקלאָריסט און מוזיק־פֿאָרשער. די פּועל־יוצאס זענען געוואָרן דער אַלבאָם The Lost Songs of World War II ("די פֿאַרלוירענע לידער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה"), וואָס איז נאָמינירט געוואָרן אויפֿן "גרעמי" אין 2018, און דער צווייטער אַלבאָם, The Silenced Songs of World War II ("די פֿאַרשוויגענע לידער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה), וואָס איז אַרויס אין 2026. בסך־הכּל, געפֿינען זיך אין דער זאַמלונג פֿון דעם פּראָיעקט גאַנצע הונדערטער לידער.
יאַנג מענג, איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון די אונטערנעמונגען אין ביידזשין, איז אַ ייִדיש־מומחה און אַ דאָצענטקע פֿונעם פּעקינער אוניווערסיטעט. די אונטערנעמונגען אין שאַנכײַ האָט אָרגאַניזירט פּראָפֿ׳ אַנרואָ באַאָ, וואָס פֿירט קורסן פֿון ייִדישער ליטעראַטור אינעם שאַנכײַער אינטערנאַציאָנאַלן אוניווערסיטעט.
עס זענען דאָ עטלעכע היסטאָרישע פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדיש און כינע. אָנהייב דעם 20סטן יאָרהונדערט איז אין כאַרבין געווען אַ גרויסע ייִדיש־רעדנדיקע קהילה. בערך 20,000 ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן האָבן זיך שפּעטער געראַטעוועט פֿון די נאַציס אין שאַנכײַ. הײַנט וווינען אַ ממשותדיקע צאָל ייִדיש־רעדער אין ביידזשין.
