Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

ייִדיש לכּבֿוד סוגיהאַראַ אין קאַרנעגי־האָל

ייִדיש לכּבֿוד סוגיהאַראַ אין קאַרנעגי־האָל

ייִדיש לכּבֿוד סוגיהאַראַ אין קאַרנעגי־האָל


דער "יד־ושם", דער וועלט־צענטער פֿאַר חורבן־זכּרון אין ירושלים און די אַמעריקאַנער שטיצע־געזעלשאַפֿט פֿון "יד־ושם" האָבן אַנאָנסירט די אַמעריקאַנער פּרעמיערע פֿון לעראַ אויערבאַכס זעקסטער סימפֿאָניע "די כּלים פֿון ליכט" (Vessels of Light), וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 19טן אַפּריל, 2023, אין "קאַרנעגי־האָל". אין איר מאָנומענטאַל ווערק זענען אַרײַנגעפֿלאָכטן ווערטער פֿון עטלעכע ייִדישע דיכטער, אַרײַנגערעכנט ישׂראל עמיאָט, דוד האָפֿשטיין, איציק מאַנגער, פּרץ מאַרקיש, אַבֿרהם סוצקעווער, משה טייף און רייזל זשיכלינסקי.

אַלס קאָנפֿעראַנסיע וועט אַרויסטרעטן זלמן מלאָטעק, דער קונסט־דירעקטאָר פֿון "פֿאָלקסבינע". יעווגעני קיסין, אַ באַרימטער ווירטואָז־פּיאַניסט און אַ הײַנטצײַטיקער ייִדישער פּאָעט, האָט געהאָלפֿן אויסצוקלײַבן די לידער און איבערגעזעצט אַ טייל פֿון זיי ספּעציעל פֿאַר דער סימפֿאָניע אויף ענגליש.

לעראַ (וואַלעריאַ) אויערבאַך, אַ געבוירענע אין טשעליאַבינסק (רוסלאַנד, דעמאָלט פֿססר), איז אַן עסטרײַכער און אַמעריקאַנער קלאַסישע קאָמפּאָזיטאָרין, דיריגענטין און קאָנצערט־פּיאַניסטקע. אין איר אָפֿיציעלן אַנאָנס באַטאָנט זי, אַז זי האָט אויסגעקליבן די ייִדישע פּאָעזיע פֿאַרן ליברעטאָ ווי אַ לויב־געשאַנק לכּבֿוד דער ייִדישער שפּראַך". זי גיט צו, אַז דער נאָמען פֿון דער סימפֿאָניע האָט צו טאָן מיטן קבלה־ענין פֿון שבֿירת־הכּלים.

די וועלט־באַרימטע יאַפּאַניש־אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקע טשעליסטקע קריסטינאַ רייקאָ קופּער, וועלכע האָט פֿאָרגעלייגט אויערבאַכן אָנצושרײַבן די סימפֿאָניע, וועט אויפֿטרעטן אין "קאַרנעגי־האָל" צוזאַמען מיטן אָרקעסטער און כאָר פֿון דער ניו־יאָרקער שטאָטישער אָפּערע, בראָש מיטן דיריגענט קאָנסטאַנטין אָרבעליאַן.

טשיונע סוגיהאַראַ איז געווען אַ יאַפּאַנישער דיפּלאָמאַט אין ליטע, וועלכער האָט אָפּגעראַטעוועט אַרום 6 טויזנט ייִדישע פּליטים בעת דעם חורבן. מע איז זיך משער, אַז הײַנט לעבן אין דער וועלט בערך 100,000 מענטשן, וואָס שטאַמען פֿון די דאָזיקע ניצול־געוואָרענע אַ דאַנק סיגוהאַראַס וויזעס.

לעקציע וועגן מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליאָטעק

לעקציע וועגן מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליאָטעק

לעקציע וועגן מאָנטרעאָלער ייִדישער ביבליאָטעק

דעם 20סטן אַפּריל, 2023, וועט דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט (שטאַט מאַסאַטשוסעטס) דורכפֿירן אַן אומזיסטע אינטערנעץ־לעקציע אויף ענגליש וועגן דער גרויסער היסטאָרישער ראָלע פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק JPL – איינער פֿון די גרעסטע צענטערס פֿון ייִדיש־קולטור אין צפֿון־אַמעריקע. אויף דער אונטערנעמונג וועלן אויפֿטרעטן סעבאַסטיאַן שולמאַן און רבֿקה אויגנפֿעלד (מאָנטרעאָל) און סאָניע בלום (אַמהערסט). כּדי זיך צו באַטייליקן, מוזן מען זיך רעגיסטרירן פֿאַר פֿריִער.

די מאָנטרעאָלער ייִדישע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק איז געגרינדעט געוואָרן אין 1914. זינט דעמאָלט בלײַבט זי אַ וויכטיקער קולטור־צענטער פֿאַר ייִדיש־בילדונג און פֿאָרשונג פֿון ייִדיש־ליטעראַטור. אין דער ביבליאָטעק געפֿינט זיך אויך אַ גרויסער אַרכיוו פֿון דאָקומענטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש.

ייִדיש־אַלבאָם אויבן־אָן אין אייראָפּע

ייִדיש־אַלבאָם אויבן־אָן אין אייראָפּע

ייִדיש־אַלבאָם אויבן־אָן אין אייראָפּע

דער הײַ־יאָריקער מוזיקאַלישער אַלבאָם "שטילע טרערן" ("Silent Tears") האָט אין אַפּריל 2023 געוווּנען דאָס ערשטע אָרט אין דער אייראָפּעיִשער פּאָפּולאַריטעט־ליסטע World Music Charts Europe, צונויפֿגעשטעלט דורך אַזעלכע גרויסע נאַציאָנאַלע ראַדיאָ־קאָמפּאַניעס, ווי BBC, RFI אין פֿראַנקרײַך, דאָס דײַטשישע עפֿנטלעכע ראַדיאָ און ORF אין עסטרײַך.

דער פּראָיעקט "שטילע שטערן" האָט זיך אָנגעהויבן, ווען די דאָקטערין פּאַולאַ דוד אין טאָראָנטאָ האָט פֿאָרגעלייגט עלטערע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה צו שאַפֿן אייגענע לידער ווי אַ מיטל אויסצוהיילן זייער טראַוומע נאָך אַזעלכע שרעקלעכע חורבן־פֿאַרברעכנס, ווי פֿאַרגוואַלדיקונג, אוממענטשלעכע מעדיצינישע עקספּערימענטן און געצוווּנגענע סטעריליזאַציע. נאָך פֿינף ווערק זענען פֿאַרבונדן מיטן טאָגבוך און די זכרונות פֿון מאָלי עפּלבוים "באַגראָבענע ווערטער" ("Buried Words"). אין אירע קינדער־יאָרן, האָט זי געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס באַגראָבן אין דער ערד אין אַ שמוציקן קאַלטן קאַסטן פֿול מיט אינסעקטן.

אינעם אַלבאָם שפּילט דער טאָראָנטער אַנסאַמבל "פּאַיאַדאָראַ טאַנגאָ". עס זינגען אָלגאַ (אַביגיל) מיעלעשטשוק און אַנדערע באַקאַנטע מוזיקער.

אַלכּסנדר גאָראָדניצקי אויף ייִדיש

אַלכּסנדר גאָראָדניצקי אויף ייִדיש

אַלכּסנדר גאָראָדניצקי אויף ייִדיש

דעם 18טן מאַרץ, 2023, איז דער גוט באַוווּסטער זינגער און מוזיקער פּסוי קאָראָלענקאָ אַרויסגעטראָטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן מיט צוויי לידער פֿונעם סאָוועטישן און רוסלענדישן דיכטער אַלכּסנדר גאָראָדניצקי, איבערגעזעצט פֿון רוסיש אויף ייִדיש. דער ייִדישער שרײַבער יואל מאַטוועיעוו האָט זיי איבערגעזעצט ספּעציעל פֿאַרן 90־יאָריקן געבוירן־טאָג פֿונעם פּאָעט. ווי אַ ספּעציעלע מתּנה פֿאַר אונדזער וועבזײַט, האָט קאָראָלענקאָ רעקאָרדירט גאָראָדניצקיס ליד "שניי", וואָס ער האָט אויסגעפֿירט אויפֿן פֿעסטיוואַל Spring MusArt Fest אין סאָניווייל (שטאַט קאַליפֿאָרניע).

אַלכּסנדר גאָראָדניצקי איז אַ וועלט־באַרימטער געאָלאָג און איינער פֿון די גרינדער פֿונעם סאָוועטישן "באַרדישן" לידער־זשאַנער (אומאָפּהענגיקע זינגלידער מיט ענלעכע ווערטער, ענלעך צו געוויסע נײַע סטילן פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלק־מוזיק אין די 1960ער). דער אַסטעראָיִד נומער 5988 טראָגט זײַן נאָמען. גאָראָדניצקיס לידער וועגן אַרקטישע עקספּעדיציעס זענען אָגעשריבן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון זײַן פּערזענלעכער פֿעלד־דערפֿאַרונג. גאָראָדניצקי שאַצט זייער הויך די ייִדישע שפּראַך, דאָס מאַמע־לשון פֿון זײַן משפּחה, ווי אַ וויכטיקן חלק פֿון זײַן פּערזענלעכער קולטור־ירושה.

וועבזײַט געווידמעט ייִדישע לידער

וועבזײַט געווידמעט ייִדישע לידער

וועבזײַט געווידמעט ייִדישע לידער

דער "אַרבעטער־רינג" האָט געעפֿנט אַ נײַע וועבזײַט, וווּ עס זענען געזאַמלט געוואָרן די טעקסטן און רעקאָרדירונגען פֿון יאָסל און חנה מלאָטעקס קאָלעקציע: איבער 400 לידער. די מוזיק קאָן מען פֿרײַ אַראָפּלאָדן. דער פּראָיעקט הייסט Yiddishsongs.org. אַלע לידער ווערן באַגלייט מיט לאַטײַנישע טראַנסקריפּציעס און ענגלישע איבערזעצונגען.

חנה מלאָטעק איז געווען אַ באַוווּסטע פֿאָרשערין און זאַמלערין פֿון ייִדישע לידער; איר מאַן יאָסל איז געווען אַן אָנגעזעענער ייִדישיסט. במשך פֿון צענדליקער יאָרן האָט דאָס פּאָרפֿאָלק געפֿירט די פּאָפּולערע פֿאָרווערטס־רובריק "פּערל פֿון ייִדישער פּאָעזיע". דעם נײַעם פּראָיעקט האָבן פֿאַרווירקלעכט דער זון און דאָס אייניקל פֿון די דאָזיקע מאַן־און־ווײַב, משה און אלישע מלאָטעק.

18טער נומער "ייִדישלאַנד"

18טער נומער "ייִדישלאַנד"

18טער נומער "ייִדישלאַנד"

דעם 31סטן מאַרץ, 2023, איז אין ישׂראל און מיט אַ פּאַראַלעלן טיראַזש אין שוועדן דערשינען דער 18טער נומער פֿונעם ליטעראַרישן קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד".

דער זשורנאַל עפֿנט זיך מיט די זכרונות פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן שרײַבער נח לוריע (1885 – 1960), וועלכער שילדערט די שוידערלעכע חדשים פֿון זײַן זיצן אין סטאַלינס טורמע. דער דאָזיקער אוניקאַלער מאַטעריאַל איז פּובליקירט געוואָרן צום ערשטן מאָל. די מאָדערנע פּאָעזיע ווערט רעפּרעזענטירט מיט די ווערק פֿון וועלוול טשערנין, פֿעליקס חיימאָוויטש און באָריס קאַרלאָוו.

איין מחבר, יעד בירן, איז אַ פּנים־חדשות אין דער ייִדישער פּראָזע. ער איז באַקאַנט, דער עיקר, ווי אַ קינאָ־רעזשיסאָר און אַ ליטעראַטור־איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש. אַ גרויסן חלק אינעם זשורנאַל פֿאַרנעמען וויסנשאַפֿטלעכע מאַטעריאַלן, וואָס זענען פּרעזענטירט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט אויפֿן 25סטן סימפּאָזיום פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דײַטשלאַנד. יעלענאַ סאַראַשעווסקאַיאַס עסיי וועגן דעם ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין ביראָבידזשאַן – אַ וויכטיקע גרויסע אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין אָקטאָבער 2022 – ווערט אילוסטרירט מיט קאָליריקע פֿאָטאָגראַפֿיעס.

זשורנאַל "איבערזעץ" נומ. 3

זשורנאַל "איבערזעץ" נומ. 3

זשורנאַל "איבערזעץ" נומ. 3

אין מאַרץ 2023 איז דערשינען דער 3טער נומער פֿונעם זשורנאַל "איבערזעץ". דעם דאָזיקן זשורנאַל, וואָס איז פֿולקום געווידמעט ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, רעדאַגירן און לאָזן אַרויס סטודענטן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וועלכע ספּעציאַליזירן זיך אינעם געביט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער נײַער נומער שליסט אין זיך אײַן איבערגעזעצטע ווערק פֿון שלום־עליכם, אהרן צייטלין, יעקבֿ גלאַטשטיין, ה. לייוויק, אַנע מאַרגאָלין, בער האָראָוויץ, בנימין הרשבֿ און יאָסל בירשטיין.

די לעצטע פֿון "יונג ישׂראל"

די לעצטע פֿון "יונג ישׂראל"

די לעצטע פֿון "יונג ישׂראל"

דעם 22טן מערץ איז ניפֿטר געוואָרן די דיכטערין רבֿקה באַסמאַן בן־חיים. זי איז געווען די לעצטע אָנטיילנעמערין פֿון דער ליטעראַטור־גרופּע "יונג ישׂראל". געבוירן אין 1925 אינעם ליטווישן שטעטל ווילקאָמיר (Ukmergė), האָט זי באַוויזן ביזן חורבן צו פֿאַרענדיקן אַ גימנאַזיע. דערנאָך זײַנען געווען די שוידערלעכע יאָרן אין ווילנער געטאָ און אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער קײַזערוואַלד, וווּ זי האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער.

אין 1947 האָט רבֿקה באַסמאַן עולה געווען אין ארץ־ישׂראל און אָנגעטיילגענומען אינעם אומאָפּהענגיקייט־קריג. אין די 1950ער יאָרן האָט זי אָנגעהויבן צו פֿאַרעפֿנטלעכן לידער אין ייִדישער פּרעסע. אין 1959 איז דערשינען איר ערשטע לידער־זאַמלונג "טויבן בײַם ברונעם". רבֿקה באַסמאַן בן־חיים איז געבליבן שעפֿעריש טעטיק ביז די לעצטע יאָרן. כּבֿוד איר אָנדענק!

דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש אויף ייִדיש

דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש אויף ייִדיש

דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש אויף ייִדיש

אונדזער אינטערנעץ־פּאָרטאַל גיט אײַך איבער מיט פֿרייד, אַז מיר האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ריי אוניקאַלע מאַטעריאַלן, געווידמעט דעם וואָקאַל־ציקל "פֿון ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע" פֿון דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש. ניט זײַענדיק אַליין אַ ייִד, האָט דער דאָזיקער גרויסער קאָמפּאָזיטאָר געהאַלטן, אַז די ייִדישע פֿאָלק־מוזיק איז אַן אוניקאַלער אוצר, טיף זי געפֿילט און באַטאָנט, אַז איר ווידערקול הערט זיך אין די ווערק פֿון אַ סך וועלט־באַרימטע קאָמפּאָזיטאָרן. אין 1948, בעת די ערגסטע סטאַלינישע רדיפֿות קעגן דער סאָוועטישער ייִדישער אינטעליגענץ, האָט שאָסטאַקאָוויטש געשאַפֿן אַ סעריע פֿון 11 מוזיקאַלישע ווערק אויפֿן די ווערטער פֿון פֿאָלקס־לידער, וואָס זענען לכתּחילה געווען פֿאַרשריבן אויף ייִדיש.

אויף אונדזער וועבזײַט קענט איר זיך באַקענען מיטן בוך "ייִדישע פֿאָלקס־ביכער פֿון יחזקאל דאָברושין און אַבֿרהם יודיצקי, וואָס איז געוואָרן דער יסוד פֿון שאָסטאַקאָוויטשס געניעלע לידער, מיט די פֿולע נאָטן־פּאַרטיטורן, ווי אויך מיטן בוך פֿונעם ישׂראלדיקן פּראָפֿעסאָר־מוזיקאָלאָג יאָאַכים בראַון, וועלכער האָט באַאַרבעט דעם טעקסט בסכּהם מיט די מעלאָדיעס (שאָסטאַקאָוויטש האָט זיך באַנוצט מיט אַ רוסישער איבערזעצונג, וואָס קלינגט אַ ביסל אַנדערש, ווי דער אָריגינאַל). דאָס וויכטיקסטע – קענט איר אויף דער וועבזײַט אויסהערן די לידער אויף זייער קוואַל־שפּראַך: ייִדיש. די רעקאָרדירונג האָט מען געשאַפֿן אינעם יאָר 2000 אין מאָסקווע. עס זינגען: יעוואַ בן־צבֿי, יעלענאַ גובינאַ, ניקאָלײַ קורפּע. אונדזער נײַע ווידעאָ פֿון דער רעקאָרדירונג ווערט באַגלייט מיט קונסט־ווערק פֿון באַרימטע ייִדישע מאָלער.