Preservation of Yiddish Culture

Preservation of Yiddish Culture and Heritage

Сохранение культуры идиша

אָפּהיטן אונדזער ייִדישע קולטור־ירושה

לשמור על תרבות היידיש

פֿאָרשונגען פֿון חסידישן ייִדיש אין אייראָפּע

פֿאָרשונגען פֿון חסידישן ייִדיש אין אייראָפּע

פֿאָרשונגען פֿון חסידישן ייִדיש אין אייראָפּע

אינעם קאַמפּוס פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט איז פֿונעם 12טן ביזן 18טן יולי 2024 דורכגעפֿירט געוואָרן אַ ספּעציעלע בילדונג־פּראָגראַם, געווידמעט דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש. אַן ענלעכער קורס, פֿונעם 23טן יולי ביזן 4 אויגוסט, וועט זיך באַלד אָנהייבן אויפֿן זומערדיקן ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין דער דײַטשישער שטאָט ווײַמאַר. ווי עס דערקלערן די אָרגאַניזאַטאָרן, לערנט מען אויף אַקאַדעמישע פּראָגראַמען, געוויינטלעך, נאָר דעם סטאַנדאַרטן ליטעראַרישן ייִדיש. הײַיאָר האָט מען אָבער באַשלאָסן אײַנצופֿירן עפּעס חידושיקס: צו שטעלן אַ גרויסן טראָפּ אויף די חסידישע וואַריאַציעס פֿון ייִדיש – די טאָג־טעגלעכע שמועס־שפּראַך פֿון אַרום אַ מיליאָן מענטשן אַרום דער וועלט.

אין דער לערערישער מאַנשאַפֿט זענען אַרײַן סײַ נאַטירלעכע חסידישע ייִדיש־רעדער, סײַ פֿאָרשער און מומחים פֿון דער ספּעציעלער נײַער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָגראַם פֿאַר הײַנטצײַטיקן ייִדיש בײַם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט־קאָלעדזש (UCL). ביידע פּראָגראַמען, אין ווין און ווײַמאַר, האָבן אַרומגענומען אַזעלכע פֿאַרשיידנאַרטיקן קולטור־אַספּעקטן פֿון הײַנטיקע חסידים, ווי בעלעטריסטיק, טראַדיציאָנעלע און פּאָפּולערע מוזיק, טענץ, קינאָ אאַז״וו.

אַ לינגוויסט רופֿט זיך אָפּ אויף בערעגאָווסקיס ביבליאָגראַפֿיע

אַ לינגוויסט רופֿט זיך אָפּ אויף בערעגאָווסקיס ביבליאָגראַפֿיע

אַ לינגוויסט רופֿט זיך אָפּ אויף בערעגאָווסקיס ביבליאָגראַפֿיע

דער אַקאַדעמישער זשורנאַל Opera Musicologica פֿון דער פּעטערבורגער קאָנסערוואַטאָריע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעצענזיע אויפֿן דעם ביאָביבליאָגראַפֿישן מפֿתּח פֿונעם גרויסן סאָוועטיש־ייִדישן פֿאָלקלאָריסט משה בערעגאָווסקי (1892 – 1961), וועלכער איז אַרויס אונטערן דאַך פֿון אונדזער פּראָיעקט. אַ סך מומחים האַלטן, אַז בערעגאָווסקי איז געווען דער גרעסטער עטנאָמוזיקאָלאָג פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. די מחברטע פֿון דער רעזענזיע, ד״ר לאַריסע נײַדיטש, איז אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון לינגוויסטיק אינעם ירושלימער העברעיִשן אוניווערסיטעט. די צונויפֿשטעלערין פֿונעם בוך, ד״ר יעווגעניע כאַזדאַן, איז אַ גוט באַקאַנטע פּעטערבורגער מוזיק־קענערין.
די רעצענדענטקע באַמערקט, אַז דאָס בוך אַנטהאַלטן באַקוועמע מפֿתּחות, און אַז ס׳איז אַ סך מער ווי סתּם אַ ביאָביאָגראַפֿישע באַשרײַבונג פֿונעם לעבן און טעטיקייט פֿון איין באַזונדערן יחיד. נײַדיטש שרײַבט: "מע קען זאָגן אויף זיכער, אַז קיין פֿאָרשער פֿון דער אַשכּנזישער ייִדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע וועט זיך הײַנט נישט באַגיין אָן דעם דאָזיקן מפֿתּח, צונויפֿגעשטעלט פֿון יעווגעניע כאַזדאַן".
ד״ר נײַדיטש שטרײַכט אונטער, אַז דאָס בוך קאָן אויך צו נוץ קומען די לינוויסטן, וואָס שטודירן די ייִדישע שפּראַך. דאָ איז כּדאַי צו דערמאָנען אונדזערע לייענער, אַז די עלעקטראָנישע ווערסיע פֿונעם צוויי־שפּראַכיקן (ענגליש־רוסישן) בערעגאָווסקי־מפֿתּח אין צוטריטלעך אין אונדזער וועב־פּאָרטאַל. אַ דאַנק דעם, וואָס דער גאַנצער טעקסט איז אָנגעשריבן אויך אויף ענגליש, קאָן זיך מיטן בוך באַקענען דער ברייטער עולם אין אַ סך לענדער.

איציק קיפּניסעס מעשׂהלעך אויף רוסיש

איציק קיפּניסעס מעשׂהלעך אויף רוסיש

איציק קיפּניסעס מעשׂהלעך אויף רוסיש

דער פּעטערבורגער פֿאַרלאַג Jaromír Hladík האָט אַרויסגעגעבן צוויי קינדער־ביכער פֿון איציק קיפּניסן, "מעשׂהלעך" און "אַ בער איז געפֿלויגן", איבערגעזעצט פֿון ייִדישן אויף רוסיש דורך אַ גרופּע רוסלענדישע איבערזעצער, רעדאַגירט פֿונעם באַוווּסטן ליטעראַטור־קענער וואַלערי דימשיץ. אין די ביכער זענען אַרײַן די אָריגינעלע אילוסטראַציעס פֿון שׂרה שור, מאַרק עפּשטיין און ניסן שיפֿרין.
איציק קיפּניס (1896 – 1974) איז געווען גאָר אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער סאָוועטישער ייִדישער ליטעראַטור – אַ מחבר פֿון אַ סך קורצע דערציילונגען, אַ צאָל ראָמאַנען און פּיעסעס. ער האָט אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש אַ ריי רוסישע און מערבֿ־אייראָפּעיִשע ליטעראַרישע ווערק. אין 1948 איז ער אַרעסטירט געוואָרן, באַשולדיקט אין "בורזשואַזנעם נאַציאָנאַליזם". נאָכן באַפֿרײַט ווערן פֿונעם לאַגער אין 1954, איז זײַן קיִעווער הויז ווידער געוואָרן אַ וויכטיקער אומפֿאָרמעלער צענטער פֿון ייִדישער קולטור אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין קיפּניסעס קינדער־מעשׂיות ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן עלעמענטן פֿון פֿאַנטאַסטיק, טראַדיציאָנעלן פֿאָלקלאָר און סאָוועטישן לעבנס־שטייגער.

"ייִדישלאַנד" – נומער 23

"ייִדישלאַנד" – נומער 23

"ייִדישלאַנד" – נומער 23

עס איז פּובליקירט געוואָרן דער נײַער 23סטער נומער פֿונעם קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד", וואָס גייט אַרויס רק אויף ייִדיש און ווערט געדרוקט מיט צוויי פּאַראַלעלע טיראַזשן אין ארץ־ישׂראל און שוועדן. אינעם נומער האָבן זיך באַוויזן אַ נײַע שטענדיקע קינדערשע רובריק, וואָס הייסט "פֿאַר קינדער און קינדס־קינדער". דאָס מאָל באַשטייט זי פֿון די ווערק, וואָס ס׳האָבן געשאַפֿן די רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל, מיכאל פֿעלזענבאַום און וועלוול טשערנין, ווי אויך צוויי לידער פֿון באָריס קאַרלאָוו (דער פּסעוודאָנים פֿון ד״ר דובֿ־בער קערלער).
ווי געוויינטלעך, געפֿינט זיך אינעם נומער אַ רײַכער אוצר פֿון נײַע פּאָעטישע און פּראָזאַיִשע ווערק פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדיש־מחברים, אַרײַנגערעכנט לידער פֿון דער בערלינער דיכטערין קאַטערינע קוזנעצאָוואַ און אַ נײַער קאַפּיטל פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס ראָמאַן "טיק־טאַק". מיר דערמאָנען אײַך, אַז נאָר אויף אונדזער וועבזײַט קענט איר איבערבלעטערן דעם אוניקאַלן אַרכיוו פֿון אַלטע נומערן ייִדישלאַנד!

6טער יוני, 7טער אָקטאָבער… ווידער 6טער יוני

6טער יוני, 7טער אָקטאָבער… ווידער 6טער יוני

6טער יוני, 7טער אָקטאָבער… ווידער 6טער יוני

פּונקט מיט אַ יאָר צוריק, דעם 6טן יוני 2023, איז אַ דענקמאָל לכּבֿוד שלום־עליכמען אויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן שטח פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. ווי באַקאַנט, איז אונדזער געניעלער קלאַסיקער געווען באַזונדערס מסוגל איבערצוגעבן דעם אוניקאַלן טעם פֿון דער ייִדישער – מיינענדיק דאָ, ייִדיש־שפּראַכיקער – קולטור, מיט זײַן סטיל, הומאָר און לעבעדיקע באַשרײַבונגען פֿון שטעטל־ייִדן.

דער געדאַנק צו שאַפֿן דעם מאָנומענט קומט פֿון ד״ר מאַרק זילבערקוויט. מע האָט עס פֿאַרווירקלעכט מיט דער הילף פֿון צוויי פֿונדאַציעס, וואָס ד״ר זילבערקוויט האָט געשאַפֿן: The Heritage Projects Foundation (פֿש״אַ) and Yiddish Culture Preservation Foundation (ארץ־ישׂראל). די עפֿענונג פֿונעם דענקמאָל האָט דעמאָלט אויך געהאַט אַ באַזונדערע סימבאָלישע ווערט: מע האָט אין דער זעלבער צײַט געעפֿנט דעם פּראָיעקט "שלום־עליכמס יאָר אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט". אין יענע טעג האָט מען באַטראַכט גרויסע פּלענער, בפֿרט די אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ און אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדיש־קולטור, באַשטימט אויפֿן אָקטאָבער 2024. מע האָט אויך פּלאַנירט סיסטעמאַטיש דורכצופֿאָרשן פֿאַרשיידענע אַרכיוו־מאַטעריאַלן אויף ייִדיש, וואָס ד״ר זילבערקוויט האָט אַנטדעקט אין עטלעכע לענדער.

פֿון רעכטס אויף לינקס: לעאָנאַרד בלאַוואַטניק, דער אוניווערסיטעט־פּרעזידענט פּראָפֿ׳ אַריאל פּורת, מאַרק זילבערקוויט, דזשוליע זילבערקוויט, דער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם אוניווערסיטעט עמוס אלעד.

דעם 7טן אָקטאָבער 2023 האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה צווישן ישׂראל און "כאַמאַס", וועלכע האָט צעשטערט דאָס געוויינטלעכע לעבן אין ארץ־ישׂראל. צום באַדויערן, האָט די סיטואַציע אויך געווירקט אויף אונדזער פּראָיעקט. אויפֿן איצטיקן מאָמענט זענען די ייִדיש־קאָנפֿערענץ און דער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אָפּגעלייגט געוואָרן אויף שפּעטער. פֿונדעסטוועגן, די סטודענטישע פֿאָרש־אַרבעט גייט אָן ווײַטער, ווי פּלאַנירט, בראָש מיר פּראָפֿ׳ יאיר ליפּשיץ און ד״ר רותי אַבעליאָוויטש. נישט געקוקט אויף די שרעקלעכע שווערקייטן פֿון די מלחמה־צײַטן, פֿירט דער אוניווערסיטעט דורך זײַן שעפֿערישע און אַקאַדעמישע טעטיקייט, אַרײַנגערעכנט אַזאַ גאָר וויכטיקן ענין, ווי דאָס שטודירן ייִדיש און די גרויסער קולטור, פֿאַרבונדן מיט דער דאָזיקער שפּראַך.

סטודענטן פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט אַרבעטן איבער אַרכיוו־מאַטעריאַלן, פֿאַרבונדן מיט שלום־עליכמען.

"די גאָלדענע פּאַווע" – אַ נײַער ייִדישער זשורנאַל

"די גאָלדענע פּאַווע" – אַ נײַער ייִדישער זשורנאַל

"די גאָלדענע פּאַווע" – אַ נײַער ייִדישער זשורנאַל

אין אָנהייב־יוני 2024 איז אין אַמסטערדאַם אַרויס דער ערשטער נומער פֿונעם נײַעם ייִדישן זשורנאַל "די גאָלדענע פּאַווע" – אַ המשך פֿונעם פֿריִערדיקן אַמסטערדאַמער זשורנאַל "די גרינע מדינה", וואָס פֿלעגט אַרויסגיין אין דער שטאָט זינט 2000. ס׳איז וויכטיק צוצוגעבן, אַז אַלע זײַנע אַלטע נומערן זענען איצט צוטריטלעך אויף דער וועבזײַט פֿון דער האָלענדישער ייִדיש־פֿונדאַציע.
דעם דעביוט־נומער האָבן רעדאַגירט ד״ר דוד־עומר כּהן, גלאָריאַ פֿיין־מאַק׳קינק און דאַניעלאַ זײַדמאַן־מאַוער. דעם קומענדיקן האַרבסט פּלאַנירט מען דורכצופֿירן די פֿײַערלעכע אָפֿיציעלע עפֿענונג פֿון דער נײַער פּעריאָדישער אויסגאַבע אויף ייִדיש.

רחל אויערבאַכס "וואַרשעווער צוואָות" אויף ענגליש

רחל אויערבאַכס "וואַרשעווער צוואָות" אויף ענגליש

רחל אויערבאַכס "וואַרשעווער צוואָות" אויף ענגליש

דער פֿאַרלאַג White Goat Press (פֿש״אַ) האָט פֿאַרעפֿנטלעכט רחל אויערבאַכס זכרונות "וואַרשעווער צוואָות", איבערזעזעצט פֿון ייִדיש אויף ענגליש דורכן אַמעריקאַנער היסטאָריקער ד״ר שמואל קאַסאָוו.
רחל אויערבאַך (1903 – 1976) איז געווען אַ באַקאַנטע שרײַבערין, זשורנאַליסטקע און ליטעראַטור־קריטיקערין, וועלכע האָט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געשפּילט אַן אַקטיווער ראָלע אין דער געהיימער אָרגאַניזאַציע "עונג־שבת", וועלכער האָט אָנגעזאַמלט אַ גרויסן אַרכיוו דאָקומענטן. צווישן אירע אָנטיילנעמער זענען געווען רבנים, שרײַבער און היסטאָריקער.
כּמעט אַלע מיטגלידער פֿון "עונג־שבת" זענען אומגעקומען בעת דער ליקווידאַציע פֿון דער וואַרשעווער געטאָ. רחל אויערבאַך איז געווען איינע פֿון די איינציקע דרײַ לעבן־געבליבענע. די אָריגינעלע זכרונות אויף – איר לעצט בוך – זענען אַרויס אין 1974.

וועבזײַט־נײַעס: אַרכיוו פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"

וועבזײַט־נײַעס: אַרכיוו פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"

וועבזײַט־נײַעס: אַרכיוו פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"

די רעדאַקציע פֿון אונדזער וועבזײַט איז צופֿרידן אײַך איבערצוגעבן, אַז מיר האָבן געעפֿנט אַ נײַע גרויסע סעקציע: דעם אַרכיוו פֿונעם לעגענדאַרן סאָוועטישן ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". די אַרבעט איבער אים גייט נאָך אָן: דערווײַל זענען אַרויסגעשטעלט געוואָרן די נומערן פֿון 1961 ביז 1965. אויף אונדזער וועבזײַט קענט איר זיך אויך באַקענען מיט דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער וווּנדערלעכער פּעריאָדישער אויסגאַבע. צו פֿאַרענדיקן די פּובליקאַציע פֿון אַלע נומערן אין דער אינטערנעץ פּלאַנירן מיר אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 2024.

די דיגיטאַליזאַציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" ווערט פֿאַרווירקלעכט דורך צוויי פֿונדאַציעס: Heritage Project Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Culture Preservation Foundation (ישׂראל), נאָך דער איניציאַטיוו פֿון ד״ר מאַרק זילבערקוויט – דער גרינדער פֿון ביידע פֿאָנדן. אַ שותּף אינעם פּראָיעקט איז דער פֿאַרלאַג "קניזשניקי" (רוסלאַנד). די פֿינאַנציעלע שטיצע קומט פֿונעם אַקאַדעמיקער גריגאָרי רויטבערג – דער פֿאָרזיצער פֿונעם שטיצע־קאָמיטעט בײַם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס.

וועגן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד"

וועגן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד"

וועגן דעם זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד"

דער לעגענדאַרער "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געווען אַ סאָוועטישער ליטעראַריש־קינסטלערישער זשורנאַל, וואָס דער שרײַבער־פֿאַראיין פֿונעם ראַטנפֿאַרבאַנד האָט אָפֿיציעל אַרויסגעגעבן אין מאָסקווע פֿון 1961 ביז 1991. דאָס איז געווען דער איינציקער ייִדישער זשורנאַל אינעם לאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז ער פֿאַרמאַכט געוואָרן, נאָר זיך ווידער געעפֿנט אויף אַ ווײַל פֿון 1993 אונטערן נאָמען "די ייִדישע גאַס" ביז 1999, ווען ס׳איז ניפֿטר געוואָרן זײַן שטענדיקער רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס. צוליב אַ ריי היסטאָרישע סיבות, האָט די אויסגאַבע געשפּילט, און אַ דאַנק איר אוניקאַלער קולטורעלער ירושה, שפּילט ביז הײַנט אַ שליסל־ראָלע אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור.

נאָך דער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין 1948 און דער הינריכטונג פֿון זײַנע מיטגלידער דעם 12טן אויגוסט 1952, נאָכן פֿאַרמאַכן דעם מאָסקווער גאָסעט און די לעצטע ייִדישע שולן אינעם לאַנד, געזען די רעשטלעך פֿון דער אָפֿיציעלער סאָוועטישער ייִדישקייט געבליבן נאָר אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט – דער עיקר, אין דער צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן", וועלכע איז אַלעמאָל אַרויס זינט איר גרינדונג אין 1930. כּמעט אַ יאָרצענדליק איז פֿאַרלאָפֿן, ביז דעם ייִדישן שרײַבער, דיכטער, פּובליציסט און כּלל־טוער אַהרן ווערגעליס האָט זיך אײַנגעגעבן דורכצוברעכן די "הויכע פֿענצטער" פֿון דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט און צו שאַפֿן אַ נײַעם זשורנאַל אויף ייִדיש.

אינעם סאַמע ערשטן נומער פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" האָט ווערגעליס, וועלכער איז געוואָרן דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער נײַער אויסגאַבע, צוגעזאָגט, אַז דער זשורנאַל וועט "אויף אַ הויכן קינסטלערישן ניוואָ אָפּשפּיגלען די וויכטיקסטע פּראָבלעמען פֿון אונדזער צײַט". הגם דער נאָמען, וואָס מע האָט אויסגעקליבן פֿאַר דער נײַער אויסגאַבע, קלינגט פּראָפּאַגאַנדיסטיש, שטרײַכט ער אונטער דאָס המשכדיקע שײַכות מיט צוויי פֿריִערע מאָסקווער ייִדישע זשורנאַלן: דעם פֿאַרמלחמהדיקן אַלמאַנאַך "סאָוועטיש" און "היימלאַנד", וועלכער האָט ניט לאַנג עקזיסטירט נאָך דער מלחמה. די ערשטע יאָרן איז "סאָוועטיש היימלאַנד" אַרויס יעדע צוויי חדשים, און זינד יאַנואַר 1965 – יעדן חודש.

ווערגעליס האָט געהאַלטן זײַן וואָרט. ניט געקוקט אויף דער צענזור און דעם פֿאַקט, וואָס נאָך דער מחלמה איז די צאָל ייִדיש־לייענער געוואָרן אַ סך קלענער, איז דער זשורנאַל, כּל־זמן זי האָט עקזיסטירט, געבליבן איינע פֿון די בעסטע פּעריאָדישע אויסגאַבעס אינען גאַנצן לאַנד. דאָס איכות אי פֿונעם ליטעראַרישן תּוכן, אי פֿונעם קינסטלערישן אָפּטייל, איז געווען גאָר הויך. אַחוץ פּראָזע, פּאָעזיע און ליטעראַטור־קריטיק, זענען אין "סאָוועטיש היימלאַנד" דערשינען אוניקאַלע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען אינעם געביט פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און געשיכטע, שפּראַך, ליטעראַטור, אאַז״וו. די מוזיקאַליזע סעקציע "לאָמיר זינגען נײַע לידער" האָט אַנטהאַלטן נאָטן פֿאַר ייִדישע לידער פֿון גרויסע קאָמפּאָזיטאָרן. די לייענער האָבן אַפֿילו געהאַט די געלעגנהייט צו באַקענען זיך מיט פֿאַרשיידענע ספֿרים (אין ייִדישער איבערזעצונג פֿון לשון־קודש און אַמאַריש). פֿאַר אַ ניט־ספּעציאַליזירטער סאָוועטישער אויסגאַבע איז דאָס געווען גאָר אַ זעלטן יקר־המציאות.

דער זשורנאַל איז אויך געווען באַקאַנט ווי אַ קוואַל פֿון קאָליריקע זײַטלעך מיט די ווערק פֿון באַרימטע קינסטלער. סאָפֿיע טשערניאַק (1904 – 2022), אַ לאַנג־יאָריקע מיטגלידערין פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע און אַ וויכטיקע פֿאָרשערין פֿון ייִדישער קונסט, האָט אָפּגעקליבן די אילוסטראַציעס. זי האָט אײַנגעפֿירט אַ ריי מאָלער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, וועלכער האָט זיך ניט אײַנגעפּאַסט אין די "אָפֿיציעלע" ראַמען פֿון דער סאָוועטישער צענזור. אַגבֿ, "סאָוועטיש היימלאַנד" איז געווען דער ערשטער זשורנאַל אינעם ראַטנפֿאַרבאַנד, וווּ עס זענען אין 1968 דערשינען די שאַפֿונגען פֿון מאַרק שאַגאַל.

די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל האָט געזאַמלט ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע מאַטעריאַלן וועגן ייִדישע שרײַבער, געשאַפֿן אַן אייגענע גרויסע ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער, פֿאָרש־ און אַרכיוו־דאָקומענטן. אַזוי אַרום איז "סאָוועטיש היימלאַנד" געוואָרן אַ וועלט־גרויסער צענטער פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור־אַנטוויקלונג, וואָס האָט סטימולירט די ליטעראַרישע שעפֿערישקייט אויף ייִדיש און די שטודיעס פֿון ייִדישע קלאַסיקער – אַרײַנגערעכנט די, וואָס זענען געפֿאַלן קרבנות פֿון סטאַלינס רעפּרעסיעס. אין דער רעדאַקציע זענען כּסדר פֿאָרגעקומען קאָנפֿערענצן אויף ייִדישע טעמעס, מוזיקאַלישע און ליטעראַרישע אָוונטן, קונסט־אויסשטעלונגען און אַנדערע קולטורעלע אונטערנעמונגען (פֿאַרשטייט זיך, שטרענג אין די ראַמען פֿון דער סאָוועטישער אידעאָלאָגיע).

אין דער רעדאַקציע־קאָלעגיע פֿונעם זשורנאַל זענען געווען אַזעלכע גרויסע פֿיגורן, ווי דער אויסגעצייכנטער ראָמאַניסט, דער "ייִדישער שאָלאָכאָוו" נטע לוריע, די דיכטער הירש אָשעראָוויטש, משה טייף, אַבֿרהם גאָנטאַר, חיים ביידער און אַנדערע. די פֿולע רשימה פֿון הונדערטער מחברים, וועמענס ווערק זענען דערשינען אויף די זײַטלעך פֿון "סאָוועטישע היימלאַנד", וואָלט געווען צו גרויס פֿאַרן דאָזיקן אַרײַנפֿיר־אַרטיקל. צווישן זיי זענען געווען פֿאַקטיש אַלע באַוווּסטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער, ווי אויך אַ ממשותדיקע צאָל אויסלענדישע מחברים. גאַנץ אינטערעסאַנט זענען אויך די פֿילצאָליקע איבערזעצונגען פֿון פּראָזע און דיכטונג פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן אויף ייִדיש.

אָנהייבנדיק פֿון די 1980ער יאָרן, האָט "סאָוועטיש היימלאַנד" אויך פּובליקירט אַ ריי בײַלאַגעס: בראָשורן מיט ייִדיש־לימודים, לידער פֿון יונגע פּאָעטן, אַ קליין ווערטערביכל און אַנדערע בילדונג־מאַטעריאַלן. דער גרויסער "רוסיש־ייִדישער ווערטערבוך" פֿון 1984 האָט אויך באַקומען אַ דירעקטע שטיצע פֿון דער זשורנאַל־רעדאַקציע, אַרײַנגערעכנט ווערגעליס אַליין.

צום 20־יאָריקן יובליי פֿונעם זשורנאַל, אין 1981, האָט דער סאָוועטישער שרײַבער־פֿאַראיין באַשלאָסן צונויפֿצוקלײַבן אַ ייִדישע גרופּע, בראָש מיט ווערגעליסן, אויף די העכערע ליטעראַרישע קורסן בײַם ליטעראַטור־אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מאַקסים גאָרקי. דאָס איז געווען די איינציקע בילדונג־פּראָגראַם נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, וואָס האָט געגרייט יונגע ייִדישע שרײַבער.

דרײַ פֿון די פֿינף באַטייליקטע אין דער ערשטער גרופּע זענען שפּעטער געוואָרן וועלט־באַקאַנט: באָריס סאַנדלער, לעוו בערינסקי און וועלוול טשערנין. אין 1998 איז סאַנדלער געוואָרן דער הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון דער עלטסטער ייִדישער צײַטונג אין דער וועלט – דעם ניו־יאָרקער "פֿאָרווערטס". אַ דאַנק זײַן טעטיקייט, האָט די צײַטונג אײַנגעזאַפּט אַ סך סטיליסטישע און זשאַנער־טראַדיציעס, וואָס שטאַמען פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד", כּסדר פּובליקירט ווערק פֿון זײַנע געוועזענע מיטאַרבעטער און קאָרעספּאָנדענטן. זינט 2017 פֿירט סאַנדער אָן מיטן אינטערנעץ־זשורנאַל "ייִדיש בראַנזשע".

אין 2018 האָבן וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום (וועלכער האָט אויך דעביוטירט אין "סאָוועטיש היימלאַנד") געגרינדעט דעם ליטעראַרישן קוואַרטאַלניק "ייִדישלאַנד", וואָס ווערט פּובליקירט מיט צוויי פּאַראַלעלע טיראַזשן אין ארץ־ישׂראל און שוועדן. עס באַקומט זיך, אַז ווערגעליסעס "יונגוואַרג", אַזוי ווי ער האָט געחלומט, שפּילט נאָך הײַנט זייער אַ וויכטיקע אינטערנאַציאָנאַלע ראָלע אין ייִדיש־קולטור, אַרײַנגערעכנט די הײַנטצײַטיקע ליטעראַרישע פּעריאָדיק. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט אַהרן ווערגעליסעס אַלמנה, יעווגעניאַ קאַטאַיעוואַ, איבערגעגעבן במתּנה זײַנע פּערזענלעכע קאָלעקציע פֿון ביכער און דאָקומענטן דעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי און טאָלעראַנץ־צענטער, און די אַרכיוון פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" זענען איבערגעגעבן געוואָרן דעם רוסלענדישן ייִדישן פֿאַרלאַג "קניזשניקי", וועלכער איז פֿעסט אַסאָציִיִרט מיטן דאָזיקן מוזיי.

די דיגיטאַליזאַציע פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד" ווערט פֿאַרווירקלעכט דורך צוויי פֿונדאַציעס: Heritage Project Foundation (פֿש״אַ) און Yiddish Culture Preservation Foundation (ישׂראל), נאָך דער איניציאַטיוו פֿון ד״ר מאַרק זילבערקוויט – דער גרינדער פֿון ביידע פֿאָנדן. אַ שותּף אינעם פּראָיעקט איז דער פֿאַרלאַג "קניזשניקי". די פֿינאַנציעלע שטיצע קומט פֿונעם אַקאַדעמיקער גריגאָרי רויטבערג – דער פֿאָרזיצער פֿונעם שטיצע־קאָמיטעט בײַם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס.

מיר פּלאַנירן צו דיגיטאַליזירן און אַרויסשטעלן אין דער אינטערנעץ אַלע נומערן פֿונעם זשורנאַל אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם יאָר 2024. די איניציאַטיוו איז אַ טייל פֿונעם אַלגעמיינעם פּראָיעקט פֿאַרן אָפּהיטן די ירושה פֿון ייִדיש־קולטור, וואָס די צוויי אויבן־דערמאָנטע פֿונדאַציעס פֿירן דורך. אַלע שײַכותדיקע מאַטעריאַלן וועלן פּובליקירט ווערן אויף אָט דער וועבזײַט און אַנדערע אָפֿיציעל אַסאָציִיִרטע מיט אונדז אָנלײַן־רעסורסן.

אַרכיוו פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"

אַרכיוו פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"

אַרכיוו פֿון "סאָוועטיש היימלאַנד"

1961: 1 2 3
1962: 1 2 3 5 6
1963: 1 2 3 4 5 6
1964: 1 2 3 4 5 6
1965: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
1966: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
1973: 8
1974: 6 9 10
1975: 3 10 12
1976: 1 9
1977: 5
1980: 1
1986: 7
1988: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
1989: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12
1990: 2 3 4 5 6
1991: 1 2 4 5 6 7 8 10 11-12